Skip to main content

Full text of "Naye lider"

See other formats


תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ 


2 .סאו 


אם10, 1 83 א 


1/10906 8464 


6 111846 1088 16ססט 1115 {ס װס65610011זטן 11ו10116דד0ת 
דוזאחחנ/ט) .8 106001011 זט 
{ס 7 1161 10 
//160165 86116 1166 8100 1/8ז806 ,סטטווט זס1/ 


צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1 
08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ 


2 


אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו 


פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג, 


אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

1010111115/6 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 


5 5 


יי אט 5 א 
ש 5 א 
אט ר א יי יי לע אל 
א / יט 2" ר 
5 ,, 55 0 - = 
אי : 2 6 : 
וי קר ישי 
צא : אד יא ;זי ייט 3 
א י 5 ד א 
דוי == : 
די = = 


פאַרלאָג ,קוּלטוּרליגע' װאַרשע 


געדווּקט אין צװײ טויזנבט עקי 
זעצערײ - פאַרבּיערוש אוּן גרינבערג 
ד ר ו ק ע ר ײ - ,ד י װ ע 7 ט2 װ א ר שש 
2 : 2 9 1 


ליד ער 


איך בּין אַ בּחוּר אַ הולט"י.., 


איך בּין אַ בּחוּר אַ הוּלטײי 
האָבּ איך מיר אַ שטעקן, 
טריי:ריי-ריי, טריי-רייג ביל 
כ'שפּאַן אין אַלדע עקן, 


קוּם איך צוּ אַ קרעטשמע צוּ 
קלאַפּ איך אָן אין טויער, 
,ווער בּיסטוּ ? װער בּיסטו;י 
ענטפער איך : אַ גיער, 


-- ליידיקגייער אַזױ פרין 
חוּצפּהניק פארשייטער... 
טרי-לי:לי, 6רי:9ר.55ל 

אוּן איך גיי מיר װוייטער? 


קוּם איך צוּ א בּרוּנים צוּ 
כ'טרינק זיך אָן מיט װאַסער, 
שטיי איך אין דעם מאָרגן-גרוי, 
וי אַ האָן אַ נאַסער.., 


פּאַרט אַ פּױיערל פאַרבּײי; 

,טצאָ טשיבּאַטש נאַ סוועטשיע לָ" 
ווייס איך נישט אוּן טוּ אַ בּרי ; 
סוועטשיע ?--פּעטשע מעטשע,., 


אַ לבנה-נאכט 


אין ווייטער שטילקייט שווימט די מלכת-שבא, 
עס פינקלען אין דער נאַכט דער קילעו אירע שלייערן--- 


אוּן אָפּגעלץ;שענע לבנה:ליכט 
טריפט זאַפּטיק:קיל 
אויף יעדן דערפעלע, װאָס דרעמלט אינדערשטיל.. 


אוּן ס'רירט זיך אוּם אַ ווייכער שטראל, 
װאָס בּינדט צוּנויף : 

דאָס הינדעלע אין הויף, 

דאָט פישעלע אין זיין געועסער, 

און סווייסע לעמעלע אין שטאַל -- -- -- 


אין. ווייטער שטילקייט שווימט די מלכּת:שבא 
פוּן אירע צלטערדיקע מירמל:שלעסער.. 


אין אַ יאַדלאָוון װאַלד., 


ישטיל, װוּ עס פּינטלט רויט 

אַ פּאָזעמקע... | 

אוּן װוּ עס קלעטערט שטילערהייט 

אַ ווערעמל 

:אין דעם צוּנויפגענעם פוּן צווייג צוּ צווייג 
ידי קנאָכיקע, 

אין דעם געפלעכט פוּן שטאַם אוּן װאָרגלען 
מאָכיקע... 

אוּן טיף איז די געדיכטעניש די האָריקע, 
די פּעטערדיקע -- 

עס איז אַ קװעלעניש אַ מיכאַמאָריקע 

ביי די קאָרטשעס 

ידי גרינבּערדיקע... 

אוּן װוּ עס טוט אַ שושק 

;אַ גרעזל צוּ אַ גרעול, 

יא קלוּנג, 

אַ פלושק 

;אַ מילדעד קוועלכעלט, 

אוּן װוּ עס טוּט אַ שטרונג 

א בידנער העזל,-- 

אַ קער דאָס גרויע פעלכעלע 

דורך: פּאַפּאָרטניק, 

אין קאַלטער קראָפּעװע, 

אויף אַלטער פוילעניש., 

אוּן שטיל, 

אוּן קיל 

הילכט אָפּ אין װאַלד 

ידאָס בּלױ-פאַרהױלעניש.,. 


10 


די הײל 


ס'איז װוּ שאַראַן אַ צּידנער, װילדער װינקל, 

דאָרט קלאָגן פויגלען אוּן עס שטראָמען קװאַלן אויפן ליים, 
זי קװעלן שטיל אַרױס -- אַ שטראָם, אַ ריר זיך אוּן אַ פינקל.יפ- 
דאָרט רוישט דער הימל אוּן עס בּושעװעט אַ װאַלד געהיים, 


איך האָבּ זיך צוגעהערט צוּם װיסטן עלנט פוּנם געגנט; 

א רויטלעך מאַך פאַרװאַקסט די שװער צעלייגטע היגלען, 
עס קרעכצן יאָדלעס אַנגעפּעלצט מיט האָריק:האַרטע צווייגן, 
װי גרויסע פוֹיגלען, גרויע, מיט פאַרדאַרטע פליגלען : 

,מיר האָבּן זיך מיט אַלץ שוין אָפּגעזעגנט, אָפּגעזעגנט",., 
איך האָבּ דערהערט דעם וי פוּן זייער שווייגן, 


אַראָפּהאַנגען פון בּערג אוּן גרינלעך-פייכטע שטיינער 

אין נאַסקײט ליגן אויפן גאַנצן גוּף אוּן טראַכטן, 

אַז ס'איז דער הימל שיין אוּן װייטער קיינער, קיינער, 

אַז ס'קריכן אוּם אויף זייער קאַרק נאָר טרוּקענע לישייעס, 
אַז הינטן, דאָרט אין מעריב, שטאַרבּן די פאַרנאַכטן, 

וי ס'שטאַרבן פון אַ קויל אין אַלטן װאַלד די חיות, 


אויף די בערג בּין איך געקראָכן, כ'האָבּ מיט קרוּמע פינגעף' 
צעמוּרשטשעט דערנער, שטיינדלעך שװאַכינקע װי קויל, 

דער נעפּל האָט געפּאַריעט פוּן אַ יעדער הייל אוּן גראָבן, 
כ'האָבּ אויסגעשריען : הערט, כ'בּין איער זינגער! 

עס האָבּן זיך צעקלאָגט אין װאַלד די ראָבּן, 

,דוּ נאַריש:טראָפּ!" האָט אױסגעבּרוּמט אַ הייל. 


אַ היל האָט צװישן בּערג פוּן דורות:לאַנג. געשלאָפן ; 


עס האָט פאַרשטיקט פוּן איר אַרױסגעװײנט דער װינט, 

איר פייכטע פּוּסטקייט, װי אַ װוּנד, איז גרוי געלעגן אָפן.... 
בּיײינאַכט האָט אוּמגעשװעבּט דער פייף פוּן אירע שלאַנגען 3 
עס שווימען דאָרט, װי נאַדלען, גרינע, גליענדע געזאַנגען. 
דאָרט שטעכן דוּרך די לופט די זיפצן פוּן אַ קינד... 


בּיינאַכט, די שווערע כמאַרעס קריען װי מיט טויטע ציינער, 

איך בּין אַראַפגעקראָכן שטילערהייט אין גראָבּן, 

גרויס אוּן פינסטער, ס'פינקלען אין דער נאַכט די שטיינער... 

איך האָבּ דעם קאָפּ אַרײנגעשטעקט אין הייל. געזען... דערזען -- --- 
ס'האָט מיר אַ קער געטאָן דאָס האַרץ אַ טעמפּער ברען : 

,עס דאַרף די היי? מיך האָבּן !." 


די בּליצן האָבּן דעמבּעס טיף אין װאַלד געשפּאַלטן... 
ס'האָט וילד געקלונגען יעדער אומגעריכטער שפּרוּנג 

פוּן בּליץ צוּ בּליץ. כ'האָבּ צוּגעמאַכט די אויגן, 

'כ'האָבּ בּלינד געגלעט די הייל, געגלעט איר אוּן געשאַלטן, 
זי האָט געעטעמט הייס אוּן מיך פאַרקרעמפּט געצויגן 

אין איר שלוּנג, 


אוּן צוישן מענטשן, אַז אַ מענטש א שטילער קוּמט פאַרבּרענגען, 
װאָס איז אין דעם פאַראַן ? 

| דער מענטש װעט סיי װי סיי זיך איינמאָל נאָר אויפהענגען, 
דערווייל איז איער שניפּס, מיין פריינט, נישט צערטלעך אױסגעבּונדן, 
בּלייבּט רוּיִק... וועמענס מאַרק װערט איצטער אָנגעצוּנדן 11. 
שוייט נישט, יוּנגערמאַן -- -- 


81 


12 


אייבּיק, אייבּיק.. 


אײביק, איבּיק װעבּן זיך די קלאַנגען אוּן די פאַרבּן 


אין אַ געזאַנג פוּן װערן אוּן נישט װערן, 
אוּן אייביק לייכטן צו די קאַלטע שטערן.. 
1 


װוּ ס'איז נאַר אַמאָל אַ מענטש געשטאַגען / 


וואלגערט זיך אין שטויבּ אַרוּם אַ שאַרבּן -- 


די געטער שטאַרבּן נישט אוּן מענטשן שטאַרבּן ! 


אַן אַטעם הױבּט זיך אויפעט צוּ די הימלען 


אוּן אויף די שטערן װערט ער אױסגעגאַנגען; 


אוּן אײבּיק װעבּן זיך די פאַרבּן אוּן די קלאַנגען... 


עס איז אַ שמייכל שטיל די װעלט אַריבּער 


אין טאָג פּוּן דעם געבּוירן -- 


צעפינקלט האָט זיך עוד אוּן הימל אין אַ חלום פון קאָלירן... 


אייבּיק, איבּיק װעבּן זיך די קלאַנגען אוּן די פאַרבּן 


אין אַ געזאַנג פוּן װערן אוּן נישט װערן, 
אוּן אײביק לייכטן צוּ די קאַלטע שטערן.. 


הענגט אַרױס די שװאַרצע פאָנעו., 


הענגט ארויס די שווארצע פאַנען! 


העי, טוט א נעם די האמערס, די קאַוואדלעס און די העקע, 
ארויס צום טוט מיליאַנען ! 


אין חשכניש פארגאסן, שטום, פארשצעמעטע אין װײי, 
ארויס אויף שטעט און פעלדעה, / | 
שטום ! 

שטום ! 

שטום ! 

זאל בּרענען טיף אין הארצן דער געשריי, 

װי שרפות אין פארוואקסנע ועלדער.., 


הענגט ארויס די שווארצע פאַנען ! 
שווייגט, װי שטיקער ערד פון שטורעמס אויסגעריסענע 
און זאָל די שטומקייט מאָגען... 


ארויס צום טוט, מיליאנען!., י 


13 


שטומקייט 


וואס װעט ריידן די שטומקייט, ווען כ'גלייבּ מיט איר איינער אליין -- 

איך שטרענג זיך אָן ציטריק אינגאנצן און כ'װויל כאטש איר דופק 
דערשפּירן, 

זי עטעמט פארטייעטערהייט פון דער טיף, װי א מאָכיקער שטיין; 

װי א טונקעלער חלל, וואס גליװערט אהינטער בּאַשלאגענע טירן, 

און לויערט א דריקנדע לאַסט פון דער בּרוסט, ניט געלעּט און גיט טויט, 

װי א נאַכט, וואס װאַרט אָפּעט דעם שיין פון פארגאכטיקן רויט.., 


שטומקייט. כ'זיץ פינסטער אליין אין מיין צימער געליימט פון דיין יאָך, 
עס דרעמלט אין ווינקל אַן אלטער ראַיאַל מיט א פּוסטקייט א קילער אין גוּף, 
די שיינענדע קלאַװישן פּאָרן זיך קאלט, װי די טעג און די נעכט אין 
דער װאָך -- 
נגונים געהלומטעײקוים און נאך ניט געבּוירענע היטן זיי אויף, 
א רולקע בּלאסקייט שיינט אָפּ פון די שוערע און טונקעלע שטאָרן -- 
כ'זיץ פינסטער:אליין, מיין אנהויבּ איז לאנג מיטן חשך צוזאמענגעגאסן, 
מיין סוף האט בּיי מיר זיך אין בּרוסט, װי א לוֹיטערער טאג אויסגעלאשן, 
און איך בּין פון עפּעט א שטומקייט א גרויסער געבארן געווארן... 


כ'וואלט אויסהאקן כאָטש פון דער שטומקייט אַן איינציקן פונק, 

אז אין הארץ זאל אַגלי טאן דער ניגון פון פאַרן געבּארן.. 

ס'זאל פּלוצלינג א לייכט טאָן פון טיפקייט א גליענדער װוּנק, 

פון דעם אוּרגאט, וואס איז אויסגעלאשן געװאָרן, 

כ'זאל זיין אויף א רגע אזוי, װי דער קנאטפּיקער בּוים אינדערפרי, 

וואס טרייסלט אױאָפּ מיט א פרייד זיינע געכט פון די צווייגן, 

אזוי װי די הונגריקע חיה אין וואלד מיט א מויל א פארבּלוטיקטן שווייגן, 
און קלאגן, װי זי, און שטומען, װי זי 


14 


א ליד צו רוסלאנד,. 


;הענט -- אפּגעלאשענע פון מיט, 

אויסגעשטרעקט, װי אפּגעקראכענע, געליימטע שלאַנגען.. 
;אויפן הימל -- הענט פארגאסענע מיט בּלוט! 

עס עפֿנען זיך די פינגער קוים, קוים, 

הונגעריקע פון פאַרחלשטע פאַרלאנגען 

און הענגען, װי הרוגים, אויפן הימל.זוים.., 


הענט, אויסגעקרימטע הענט! 

מיט הארטע אָדערן אדורכגעצויגן ; 

מגושמדיק פון שטעכעדיקן האָר 

און בּיינערדיק פארקרעמפטע אױיסגעבּויגן, 

איר בּעט, איר טאַפּט אין פינסטערניש, איר װערט געװאָר -- -- 
עס שצעמען זיך צונויף א קליאַמער צו א קליאַמער -- 

הענט, וואס האבּן אויסגעגאסן זייער פייער דורכן האמערי.. 


| העי, ארבּעטס-פויסטן -- מלכים. פון דערװאָכן, 

איר האָט אין אלטע װעלדער, װי א שטורעם אױסגעבּראָכן, 
עס האבּן בּלוי געבּליצט די זעגן, 

און ס'האבּן העק, װי דונערן געקלוּנגען, 

אוּן איער שווייס געװועזן איז דער רעגן... 


15 


אין שענק 


עס זיצן א חברה הוליאקעס געפּראָפּט אין א שענק, 
צעשױבּערט די שווארצע טשופּרינעס, 

און שווערע, צעזעצט און צעלייגט אויף די דעמבּענע בּענק, 
עט זיצן און טרינקען א חברה הוליאַקעס אין שענקי.. 


איינער פארקאַשערט די אַרבּל און טוט זיך א שלאָג אינם הארצן 4 
--עס זיצט דארט א װאָרעם און נאָגט... 

און אייגער װױבּט אויפעט דעם ליימענעם קוּבּיק און זאגט: 

--איך האבּ אויף די פעלדער פון רוסלאנד געגעכטיקט, 

איך האבּ אויף די עלנדסטע װעגן געטאָגט, 

אָ זאג מיר, װוּ קאָן מען בּאגראָבּן א מת, - 

א פאררויכערטן לעבּן, ואס שלעפּט זיך און קלאגט.., 

און איינער א הויכער, א גרינער האט ליבּלעך געשמייכלט: 
--כ'האבּ גארנישט פּארלארן, מיין פריינט, 

און כ'האבּ גארגישט פארמאגט,,, 


אין ווינקל אליין בּיי א טיש איז א גײער געזעסן, 
געשוויגן, געשאַקלט זיך קוים און געמורמלט אָן װערטער: 
אַ, זאגט מיר, װער האט מיך אין ערגעץ א שענקל פארגעסן, 
כ'דארף זיצן בּיים ליידיקן טיש נאָר איך ווייס ניט צוּװאָס, 
מסתּמא גייט אום מיין בּאװאָרער אין אנדערע ערטער, 
מסתּמא בּין איך דא א שאטן--פארלארן פון זיין בּאלעבּאָס... 
לוזיים ! 
א חברה הולטייעס פארטרינקען דאס בּיסעלע צייט, 
לחיים ! 
שכּורים פאריאגט אוּן פארטריבּן פון גאט און פון לייט, 
לוזיים ! 


א מיידל מיט שיינענדע ווייסלען איז צו שטילערהייט צו דעם פענסטער,. 
און שװײגעװודיק:טעמפֿ האבּן אלע די צורות צו איר אפּגעװענדט,. 


16 


גאר פּלוצלינג האט ס'מיידל געטאן א געשריי און פארבּראכן די הענט: 
--דארט שטייט א פארגעסענער מענטש בּיי דעט ענד ‏ פונם ווייט, 

די ערד, װי א נעפּל, ליגט גרוי הינטער אים, הינטער אים -- -- -- 
ער האט זיך אליין דורכגעגנבעט אהין, 

זיך אליין אויסגעקייטלט פון צייט, 

איצטער הערט ער, דער מענטש, יענעם הילכיקן, קאלטן געשאַל 

פון דער אייבּיקער, קלאָגעװדיק-גרויזאַמער שטים 

אין אַל,., 


געליימט איז געבּליבּן דער עוֹלם פון עפּעס א שרעק, - 

אין טונקעלן שענק איז מען שטום בּיי די טישן געזעסן אַ פלעק לעם אַ פלעק... 
עס האט נאר דאס מייד?ל געװיינט אינדערשטיל און געפראכן ז די הענט, 
אין חשכניש האבּן די ווייסלען, די ווייסע געבּרענט, 

וי גלי:ווערים בּרענען בּיינאכט צװישן טרוקענעם גראו... 

און עמעצער האט זי געקושט -- אַ פּארשוין מיט א גומענעם נאַז, 


17 


אַ בֹּאַל... 
מנה, מגה תק? ופרסין 


עס קלינגען בּאַלויכטענע זאַלן 

אוּן ס'קלאָגט דער אָרקעסטער -- -- -- 

די פּויקן פאַרטױיבּן דעם טיפן געוויין פוּןְ די פידלען; 
עס גראָבּן די בּעסער, װי אַלטע קבּרנים מיט פינסטערע רידלען, 
עס לאַכן קלאַרנעטן, 

עס פּלױדערט דער צימבּל, 

עס שרייען די מעשענע טעלער 

אוּן ס'טאַנצן שטייף-רעקיגע הערן, ווייס:זיידענע דאַמען, 
העל, העלער אוּן העלער... 

אוּן ס'מישן זיך דאַרשטיק צוּזאַמען 

שװאַרץ:פלאַמיקע װאָנצן אוּן ציינדלעך צעבּליצטע, 
געגלעקלטע לאָקן, 

די שניפּסן, די שיכלעך געשניצטע 

די בליציקע בּליקן 

און זאָקף ‏ / 

אוּן שטום אין דעם הערצער:געצאפּל 

פאַרטרונקען 

עס טוּליען זיך נענטער די קניען 

אַלץ נענטער, אוּן שפּריצן מיט פוּנקען... 


אוּן פייער לאָזט אוֹיסעט אַ יעדער שװאַרצאַפּל 

אוּן ס'ציטערן, ציטערן ויען... 

נאָר כּלוצלינג אַ װיליאָנטשעל טוּט אַ קלאָג אין אָרקעסטער... 
וי ס'טוּט װען אַ קלאָג אין אַ װאַלד פוּן פאַרגעסענע נעסטער.., 
אוּן בּלוּטיק די האלבּע לבנה טריפט דוּרך אין די פענסטער, 
עס ווייזט זיך אַ האַנט -- 

אַ האַנט אַ צעקרימטע פוּן אַרבּעט, פאַרשמידט אין אַ קייט 
לייגט אַױסעט די אוֹתִיוֹת פוּן בּלוּט אויפן װאַנט; 

--- טוֹיט!., 


אוּן ס'טאַנצן שטייף:רעקיגע הערן, ווייס-זיידענע דאַמען 

העל, העלער אוּן העלער, | 

עס שרייען די מעשענע טעלער, 

עס לאַכן קלאַרנעטן, 

עס פּלױדערט דער צימבּל, 

די פּױיקן פאַרטױיבּן דעם טיפן געװיין פוּן די פידלען, 

אוּן ס'גראָבן די בּעסער, װי אַלטע קבּרנים מיט פינסטערע רידלען... 


19 


געשרייען 


| צוּם הימל גייט אויף בּיידערנאַכט אַ געשריי: 

אָ, װאָס טוען מיר, גאָט, אויף דער ערד?! 

דער מלאך בּיים הײליקן טױיער, געבּויגט אויפן שװערד, 
פּאַרבּרעכט זיינע פליגלען פוּן װיי, 


צוּם הימל גייט אויף בּיידערנאכט אַ געשריי. 


צוּ חצוֹת הוֹשענה רבּא װערט שטיל מיטאַמאל, 

די פעלדער פוּן שטערנדלעך פינקלען אוּן װימלען... 
דאַן קלאָגט אין דער נאַכט זיין פאַרבּאָרגענער קול: 
א, װאָס טוּ איך אַליין אין די הימלען?" 


דערקענטעניש 


שווער געלעגן אויף דער ערד 

אוּן צוּגעזען -- -- -- 

כ'האָבּ צוּגעהערט 

די רוֹיע בּערג אוּן פּלײנען פוּן דאָס ניי. 
רויק דרעמלט די נשמה, 

װאָס איז שוין אוּמעטוּם געווען, 

נאָר סשראַכט דער קערפּער סיי װי סיי, 
װי ס'טראַכט דאָס פעלד; 

װי בּיי די טייכן טראַכטן װערבּעס לאָמע 
דעם גאַנג פוּן וועלט, 


דוּ, אַהינטער אַלע טויערן,. 

װאָס כ'זע דיך ניט -- 

דוּ האָסט אַרוּמגעהאָנגען פינקלענדיק דיין ווין 
מיט שלייערן, | 

איך צי דיין משא מיט, 

אוּן כ'שטוין 

בּיים הילך פוּן דיינע טריט, 


21 


עס טרעפט.. 


עס טרעפט, אַז די װעלט זינגט אַרױיס אַ פאַרבּאַרגענעם ניגוּן, 
דאַן װערט אויף אַ רגע געהײיליקט דאָס לעבּן -- -- -- 

עס שווימען אַרױס יענע תּפילוֹת, װאָס װערן פוּן יעדן פאַרשויגן, 
אַזױ נאָענט, אַזױ איבּערגעגעבּן... | 


דאַן גלױבּט מען, אַז יעדערנס עלנט איז שווער, איז ניט איבּערצוּטראָגן, 
ס'איז יעדערנס בּראָך 

אַזױ אוּממענטשלעך טיף, אַז מען קאָן נישט, ניט ריידן, ניט קלאָגן, 
אוּן דאָך -- -- -- 


דאָס ציגעלע,, 


איך טרייבּ אַרױס אין פעלד דאָס װײסע ציגעלע, 
זי זאָל זיך פיטערן אַלײן.., 

דאָס ווייסע ציגעלע, װאָס כ'האָבּ איר אָפּנעקױפט 
פאַר צוויי גילדוין, 

פאַר צוויי גילדוין, 


נאָר מיט די לאָנקעס גייט אַװעק, אַװעק דאָס ציגעלע 
אוּן כ'גֵיי איר נאָך, 

אין אַלטע וועלדער, פּוסטע פעלדער בּלאָנדזשען מיר 
די גאַנצע װאָך, 

די גאַנצע װאָך. 


אוּן פּרײיטאָג האַלבּן טאָג בּלייבּט שטיין דאָס ציגעל 
גאָר אוּמגעריכט, 

אוּן אִיך דערזע: העט וייט איזן אױסגעעפּרײט אַ לאַנח" 
אין בּלויער ליכט, 

אין בּלויער ליכט, 


אַ לאַנד -- אַ לאַנד, 

װוּ אינדן הויערן אויף אַלע בּערגעלעך, 

װוּ ס'שלאָפט דער בּופלאַקס לעם דעם ויזל-טיר, 
אַ לאַנד -- אַ לאַנד, 

אַ ציטערדיקע, אַ פאַרחלומטע, 

װאָס קאָן פאַרלאָרן גיין פוּן יעדן ריר,., 


דער טאָג פאַרגייט. דאָס ווייסע ציגעלע ליגט נעבּן מיר, 
אוּן אויך דאָס ציגעלע װעט בּאַלד פאַרגיין, . 

אוּן אויך דאָס ציגעלע, װאָס כ'האָבּ עס אָפּגעקויפט 

פאַר צוויי גילדוין, 

פּאַר צוויי גילדוין, 


23 


-- האָסטוּ בּרויט? 

ער האָט געענטפערט שטילערהייט; 
,אָ, ליידער, ליידער איצטער גיט.., 
אַמאָל האָבּ אלך געגעסן אַלץ, 
אי קרויט, אי מערעלעך, . 
אי רעטעכלטך מיט שמאַלץ, 
נאָר איצטער גיט"., 


-- האָסטי קליידער?. 
טונקל איז געװען אין חדר, 
זיין פּנים האָט נאָר בּלייך אַרױסגעשײנט; 
,די הויזן מיינע זעט מען ניט, 
אַ מאַנטל ליי איך בּיי אַ פריינט",, 


-- האָסטוּ װוּ אַן אָרט בּיינאַכט? 

ער האָט זיך אומעטיק צעלאַכט; 
,מען נעכטיקט וו אין היי, אין מעקענע, 
אין מאָך, אין האָפן... 
אוּן ווינטער שלאָפּט מען אין אַ פיההוין 
מיט א שייטליהאָלץ צוקאָפּן," 


רייסן 


אֹ 
רײסן 


אָ, דער זיידע פוּן קאָבּילניק איז אַ ייד אַ פשוטער, 
אַ פויער מיט אַ פּעלץ אוּן מיט אַ האַק אוּן מיט אַ פערד... 

אוּן מיינע זעכצן פעטערס אוּן מיין טאַטצ -- 

יידן פּראָסטע, יידן, װי די שטיקער עױד, 

טרייבּן פּליטן אויף די טייכן, שלעפּן קלעצער פוּן די וועלדער... 
אוּן דעם גאַנצן טאָג געהאָרעװעט, װי כלאָפּעס, | 
עסט מען װעטשערע פאַרנאַכט צוּזאַמען פוּן איין שיסל, 

אוּן מען פאַלט אַנידער אין די בּעטן װי די טנאָפּעס. 

דער זיידע, אָ, דער זיידע קלעטערט קוֹים אַרוֹיפעט אוֹיפן אוֹיוון, 
ער איז דער אַלטיטשקער בּיים טיש אַנטשלאָפן שׁוֹין געװאָרן,. 
נאָר די פיס -- זי װייסן, פירן זי אַליין אים אָפּ צוּם אוֹיון.. 
דעם זיידנס גוּטע פיס, װאָס דינען אים פוּן כּמה יאָרן... 


בּ. 
מען קאָסיעט היי.., 


אין פעלד האָט גענומען שוֹין ציען מיט נעפּלען פוּן אַסיען... 

אַרוֹיס איז דער זיידע פאַרטאָג צוּם געמויזעכץ דאָס היי אַראַפּקאָסיען, 
איז מען בּיים שאַריען אויף טאָג שוין געװען בּגילוּפין אַזױי װי די 
אמתע קלעזמער, 
מען האָט זיך צעשטעלט זאַלבּעאַכצעט, דער זיידע בּראש, אוּן אװעק 
איז אַ מזמוֹר : 
אַ שפּרײז, אוּן אַ קער מיט די פּלייצעס, אַ שװוישטש, פּונקט עס טאנצן 
| אין זוּמפּ אַרוּם בּליצן, 
פּאַר דאָס שטיקעלע בּרוֹיט -- האָט דער זיידע געזאָגט -- מוּז מען, קינ 
דערלעך, שויצן... 
אוּן ס'האָבּן זיך בּלאַנקער די קאָסעס צעפייפט, די קאַפּאָטעס אַראָפּ, מיט 
בּאַװאַקסענע גלידער, 
אַזױ װי די האָריקע יאָדלעס--אַ טאטע אַן אַלטער מיט זיבּעצן לײבּלעכע 
בּרידער... 
עס צופּן די קאָסעס, ס'צעשפּריצט זיך דער טוי אוּן עס פאַלן די גרעזער 
אוֹיף גרעזער אַנידער, 
אַ פויגעלע זינגט אויף אַ נוּס-בּוים דערבּיי, אַז דער זיידע קאָן פּשׁוּט קיין 
אָרט ניט. געפונען : 
,װאָס זאָגסטו דערצו ? נאַ דיר גאָר אַ קאַנאַריק, אַ חזן, אין מיטן דערינען"... 


דאָ נעמט מען זיך טאָטשען די קאָסעס, פאַררױכערט מען, כאַפּט מען 
אַ זוּפעלע קװאַט פוּנם קריגל, 

דערנאָך שטייט מען אויף מיט אַ קרעכץ.,, פּאָמאָהײ בּאָך! אַ קל וּנג אוּן 
| עס טוּט זיך די קאָסע אַ שפּיגל, 

צאַװײזט זיך, פאַרשװינדט צװישן גראָז, טוּט אַ בּלאַנק-- אַכצן קאָסעס כּסדר!... 
אוּן סבּויגן זיך זיכער די הענט, אָ, עס קנאַקן די שענקלען, אוּן פעסט 
זיצט אַ יעטוועדער גדר -- -- -- 


אַזױ בּיז דער עוֹלם דערזעט, װי דער רויטער פאַרנאַכט לייכט זיך אפ 
אין די קאָסעס, 

טוט חברה אַ שמייכ?. מען זעט שוין דעם הערינג דעם בּרײטן, דער 
בּאָבּעשיס קעז-סאלטענאָטעס, 

דערלאַנגט מען אַ נעם די קאַפּאָטעס, מע גײט, אוּן מע הערט צוּ די 
וואכטלען, װאָס שרייען, 

מע גײט מיט די קאָסעס פאַרלײגט אויף די פּלײצעס, מע קוקט אוּן 
| - מע שווייגט, װי די שלייען... 


29 


30 


ג. 
די בּאָבּעשי., 


די בּאָכּעשי געװעזן איז אַ יידענע אַ צנועת, 

אַ מייסטער פוּן אַ קינדלערקע -- אַ קינד צוּ יעדן פרילינג.., 
אוּן גרינג, אוּן גאָר אָן ווייען, פּונקט, װי הינער לייגן אייער 
האָט זי געלייגט די צווילינגן -- אַ צווילינג נאָך אַ צווילינג, 
דריי פעטערס האָט די בּאָבּעשי געבּאָרן אויפן בּוידעם, 
צוויי פעטערס האָט די בּאַבּעשי פאַרלאָרן צװישן אייער, 
עלף פעטערס האָט די בּאָבּעשי געבּאָרן אויפן אויוון, 

מיין טאַטן האָט די בּאָבּעשי געבּאָרן אין אַ שייער... 

אוּן דאַן האָט זיך. איר מוּטערטראַכט אויף אייבּיק צוּגעשלאָסן, 
די בּאָבּעשי האָט אַפּנעשענקט פאַר אָרעמע די װינדעלעך, 
די בּאָבּעשי, די טייערע, האָט אָפּגעטאָן דאָס איריקע 

איז זי אין שטובּ אַרוּמגעגאַנגען, 


װוי אַ קאַטשקע צװישן הינדעלעך.., 


7 
מען טרייבּט פּליטן.. 


יעס האָבּן די נעפּלען פאַרװישט אוּן פאַרשמירט אַלע דערפער אוּן װעגן, 
אין פעלד טאַפּט מען אָן מיטן װאַרעמען פּנים די קאַלטקײט פוּן הענגענדן רעגן... 
עס ווייזן זיך פלעקן פוּן בּיימער, פוּן ערגעץ אַ הויף, אַן אַסװיר פוּן א בּרוּנען 
;נאָר ס'שווימט עפּעס אָן, עס װערט ווייס פאַר די אויגן... און אַלץ װערט 
אין נעפּל צערונען, 
;אַ טרוקענער צווייג פאַלט אַראָפּ, עס איז שטיל, אַ פויגל הױיבּט אָנעט צוּ קלאָגן: 
,ס'קוּמט אויסעט אין לעבּן אַזופיל אריבּערצוטראָגן, אַזוֹיפיל אַריבּער: 
צוטראָגן"... 
ידי צענדליקער קוועלכעלעך פּליעסקענען צװישן די בּייטן אוּן מוּדמלען 
אוּן ריידן, 
אוּן צװישן די נעפּלען ווייט:װײיט אויפן ניעמאַן דערהערט זיך די שטים 
פוּנם זיידן: 
שמוליע, העי, שמוּליע, 
פּאַרפּאַטש דעם הינטן אויף סקאַרוליע!. 


;דער זיידע קריכט אוּם מיט אַ בּאַרד מיט אַ נאסער אוּן טאַפּט די שװאַרצוּעס, 
די פעטערס אין נעפּל מיט לאַנגע בּוּסאַקעס מען שפּרײזט אויף די פּליטן. 
אָט ווערן זיי נעלם. מען הערט נאָר אַרױס פון דער װייט דעם געשריע. 
נעם שמועס, 

יעס טוּען א פּליעסק אָפּאַטשינעס, אַ גראָבּ, אוּן דער שטראָם ווערט צעשגיטן,.. 
דער נעפּל פילט אויסעט די ליימיקע בּרעגן, נישטאָ--ניט קיין ערד, ניט 
יקיין װאַסער. . 

:אוּן ווייך איז די געגנט אַזױ, אוּן ממשות--א װאַרעמער אָטעם אַ בּלאַסער,.. 
;גאָר ס'וויקלט זיך עפּעס... אָט גײען די פלערלײ טאָלן אוּן װעלדער 
| | אַריבּער, 
דאָרט שטייען פאַרװיקלט די הייזער, בּאַדעקטע װי מעבּל אין גבירישע 
| שטיבּער... 

;און אָט פּלאַצט דאָ אויפעט אַ קלאָרקײט אַ גרינע... ס'ווערט קלערער פיי 
זיך אין נשמהיי, 


21 


זי זוּן טוּט אַ לייכט, עס צּאַװײזט זיך דאָס װאַסער אוּן ווערבעט פאַרװיינטע: 
אוּן לאַמע, 
דער װאַלד האָט זיך בּלוי אויסגעװאַשן, איז נאַס, אוּן דער קאָפּ זיינער 
| | פלאַקערט, 
אוּן ס'גייט זיך אַ העלקייט ייט װײיט אויף ‏ אַ לאָנקע.,, אַ פּייערל שטייט דאָרט 
אוּן אַקערט... 


א רחבוֹת. אַ פרישקייט פוּן גראָזיקע לאַנקעס, װאָס שמעקן אוּן פינקלען אוּן 

וויינען, 

אוּן ס'שווימען נאָך אוּמעט די שטיקער פוּן נעפּלען--חלוֹמוֹת פוּן פעלדער 

אוּן פּלײינען...- 

און ס'שווימען די פּליטן געלאַסן, געלאַסן, פאַרקירעװען רוּנד מיט די 

בּרעגן, 

די שטרויענע בּיידעלעך שטראַלן אוּן פּאַריען ארויסעט דעם טוי אוּן דעם רעגן. 

דערביי ליגט דער זיידע,., ער רויכערט די ליוּלקע אוּן זשמוּרעט פוֹן תּענוּג. 

די אוֹיגן: 

די װאַרעמע ערד האָט זיך גלאַנציק אוּן פעט אַזױ שטאַרק אױסגעצויגן, 
צעקעסטלט אין פעלדער, געמויועכצן, געלבע און העלע אוּן גרינע--- 

עס גיסט זיך דער דוּרכזיכטיק:ציטריקער פּלאַקס אויף בּוּרשטיניקע שטענ+ 

געלעך דיגע, 

די גרינקייט אוֹיף פעלדער-קאַרטאַפל ליגט אָפּגעקילט, מאַט, אױסגעזאָטן... 

אוּן ס'שמייכלט די קוּרצע די ראַזעװע רעטשקע מיט שפּריינקעלעך װײסע. 
בּאַשאָטן--- 


עס רינען די זאַפּטן פוּן דרערד, אַז אַ שכּרות נעמט דוּרך אַלע גלידער, 
עס שפּאַרט זיך אַ לעבּן אַ שטוּמער דורך גרעזער, דורך װאָרצלען אוּן צווייגן,. 
אַז סהאַלט מער ניט אוֹיסעט דער זיידע, ער טוּט זיך אַ נעם, אַ, ער קאָן 
| מער ניט שוייגן, 

דערלאַנגט ער אַ רעװע: טראשציאַ אין דיין טאַטן! אוּן נאָכאַמאָל װידער: 
טראַשציאַ אין דיין מאַמען! אַז ס'כאַפּן זיך אויפעט די זין אויף די פּליטן, 
מען זעט, אַז עס פלייצן אַראָפּ פוּן די פעלדער די פאַרבּן די הײסע, 
װי שטראָמען,. 


22 


עס שפּרודלט פוּן פרילינג אַרײן אױף דער װעלט אוּן אַלײן איז מען 
אויך דאָ אינמיטן.., 

רבּוֹנוֹ של עוֹלט! עס טוּט זיך דאָ װאָס אויף די פעלדער, װאָס האָט ניט 
קיין נאָמען!.. 


אאמ אש א א א אט א אט אי א יי אי אי אהי אי אי אאמא הי א אאאאר אט 


אַזױ האָט דער זײידעניוּ עליו הֹשלוֹם די פּליטן געטריבּן קיין פּרײסן, 
איז ער פאַרנאַכטלעך אַרײין מיט דער בּלויער וויליע אין ניעמאַן אין װײסן, 
האָט מען די שריגעס פאַרגראָבּן אין זאַמד אוּן די שווערע שווארציעס 
פאַרבּוּנדן,. 
אוּן פייערן האָבּן די פעטערס אויף יעטװעדער פּליט אָנגעצוּנדן, 
שווייגעוודיק-מיד, זאַלבּעצװײט בּיי א פייער, אַזױ איז מען גרױע געזעסן 
געבּראָכן דעם ראַזעװען בּרויט אוּן דעם בּאָרשט פוּנם טעפּל געגעסן. 


ס'איז שטיל אויפן געגנט געװעזן, עס האָבּן נאָר בּלױיע די װעלן געזונגען, 
עס האָט נאָר דער פייער זיך הילכיק צעבּלעטלט, צעלייגט, װי אַ 

| רויטינקער בּלימל, 
אוּן ס'איז נאָר א פיש ווען ניט װען פונם װאַסער דעם קילן געשפּרוּנגען, 
בּלוי איז געװען. אוּן אַ רוֹיטע לבנה, אַ שווערע, איז אַרוֹיס אוֹיפן הימל, 


21 
די וויליע אוּן דער גיעמאַן... 


בַּעת די לבנה צעשפּריצט זיך אין לאַנד, װי אַ זילבּערנער רעגן, 

דאַן הוֹיבּט זיך אַ שטייפע געשטאַלט פוּן אַ ליטווין אַרוֹיס פוּן דעם ניעמאן 
און ס'שווימט, ניט געהערט, פוּן װיליע אַ טונקעלע פרוֹי אים אַנטקעגן, 
צעװאָרפן די לאָקן, די נאַסע, מיט לאַנגע אוּן גרינלעכע ברעמען 
בּאַװײזט זיך איר גליטשיקער קערפּער אַרױס פוּן די כװאַליעס... 

עס בּוֹיגט זיך אַריבֿער דער ניעמאַן אוּן נעמט זי אַרוּמעט, 

און טוט איר אַ קוּש אין די אוֹיגן די גרינע, װאָס לייכטן פוּן אוּמעט, 
אוּן נעמט זי אַראָפּ אויפן גרונט אין די בּלויע, קריסטאָלענע סאַליעס,., 


וֹ 


דער פעטער אַברהם פּאַשעט די פערד.. 


בּיינאַכט איז דער פעטער אַברהם געווען אוֹיף דער װאַרטע, 
דאָס פּעלצעלע האָט ער געהאַט אוּן די טאָרבּע צוּם עסן, 

בּיים פייערל גרוֹי, וי אַ קאָרטש איז אַברֹהם געזעסן 

אוּן ס'האָבּן געשטאַרטשעט פוּן אים נאָר די בּיינער די האַרטע... 
אזוֹי האָט דער פעטער אברהם די פערד אוֹיף דער לאַנקע געפיטערט, ‏ 
געפּענטעטע האָבּן זי שווער אוֹיפן גראָז צוּגעשפּרוּנגען, 

דער שיין פוּן לבנה האָט װייך אוֹיף די שקאַפּעס געציטערט 

אוּן ווייט אין פאַרנעפּלטן פעלד האָט דער ניעמאַן געקלונגען... 

דאָס טרוּקענע פייערל האָט זיך אָן כּחות געלאָשן... 

אזוי װי אין שלאָף איז אברהם בּאַנוּמען געזעסן, 

אַ בּוֹיִם אין אַ בּוֹים האָט אין טוּנקעלער ליכט זיך געגאָסן, 

אוּן ס'האָט זיך געהערט, װי דאָס גראָז װערט געצוּפּט אוּן געפרעסן... 
אוּן ס'האָט זיך געהערט: אוֹיפן הימל עס רירן זיך שטערן, 

אַ רויכעלע טוליעט זיי איין, װי אַ װאַרעמער ניגוּן; 

אַ ציטריקער נעץ האָט פאַרנוּמען דעם הימל דעם לערן 

אוּן ס'שווימען דאָרט פישעלעך, פינקלען אוּן ויגן זיך וויגן... 

עס האָט זיך אברהם, דעם פּנים אַרוֹיף, אוֹיסגעצוֹיגן: 

די קאַלטע לבנה גייט אוּם אין אַ ראָד אין אַ געלער 

אוּן זיבּעצן שטערנדלעך זיינען געקוּמען צוּפלוֹיגן, 

עס ציטערט איין שטערן אַ גרינער פוּן אַלעמען העלער.., 

נאָר פּלוּצלינג דאָס שטערנדל האָט זיך געגעבּן אַ צאַפּל 

א פלי דאַן געטאָן אינם בּלויען געװעבּ פוּן די שטראַלן 

אַזוֹי װי א פוּנק פליט אַרוֹיס פוּן אַ בּלוֹיען שװאַרצאַפל,., 

אין מאָכיקן װאַלד איז דער שטערן ארוּנטערגעפאַלן, 

אברהם האָט עפּעס אַ חלום אַ װײטן פּאַרשטאַנען -- -- -- 

דער פינקלענדער בֹּלוֹי האָט די געגנט די גאַנצע בּאַשאָטן, 

אוּן דאַן מיט אַ זיפץ איז דער פעטער פוּן דר'ערד אוֹיפגעשטאַנען 
אוּן שטיל צוּ די װאַרעמע קליאַטשעס אַװעק אינם שאָטן... 

ער האָט זיך אזוֹי בּיי די פערד אינדערפינסטער געפּאָרעט, - 


א האַלז אוֹיף אַ האַלז האַבּן אלע געעטעמט פאַרשלאָפן, 

דאָס ליכט פוּן דער זייט האָט אוֹיף איינעם אַ פערד אַנגעטראָפן 
אוּן ס'האָט זיך פוּן אים נאָר די פּלײצע געזען אויסגעמאָרעט... 
דאָס בּינטל פוּן שקאפּעס איז טוּנקל צוּזאַמענגעגאָסן געװאָרן, 
פאַרמאַטערט אין שטרויענעם בּיידל אריין איז דער פעטער, 

א טאָפּאָל האָט מאַט אינדערפינסטער געשיינט מיט די בּלעטער, 
אוּן ווייט איז פאַרגליװוערט אין שטראַלן געלעגן דער קאָרן. 
שטיל איז אברהם אוֹיף דר'ערד אין דעם בּיידל געלעגן, 
געהחלומט פוּן דערפל, געשמייכלט צוּ זיך אוּן געשוויגן, 

אַרוֹיס איז פּאַמעלעך אין בּענקשאַפט זיין האַרץ פוּן די בּרעגן 
אוּן ס'האָט זיך דער פעטער גאַר פּלוּצלינג צעטרעלט אין אַ ניגון: 
בּיסט די שענסטע אין דעם דאָרף, נאַסטאַסיע, 

זע, 

ס'קוועלט דער גערשטן אוּן געבּערדלט איז דער האָבּער, 

די געמויִזעכצן אוּן נעפּל פינקלען פוּנם טוי.., 

הער זיך איין, | 

הער זיך איין, 

אין די װעלדער די יאַדלאָוע גייט איצט אום פאַרחלומט 

אין לבנה:שיין, 

דער מאָך:בּאַװאַקסענער, דער בּאַרװעסער בעל:דבר.., 


קוּם אַרוֹיס אין בּרייטן פעלד, װען אַלע פוֹיגלען שלאָפן 

אוּן נאָר די קװאַלן זיינען אוֹיף, 

דיין טאַטע ליגט פאַרמאַטערט פוּן דער אַרבּעט אוֹיפן שייער, 
ס'װוצט װויסן נאָר פוּן דעם די אַלטע ריאַבּינע אין הוֹיף 

אוּן נאָר דאָס װוינטעלע, װאָס נעכטיקט אין די אייער., 


ביסט די שענסטע אין דעם דאָרף, נאַסטאַסיע! 
אברהם האָט אויסגעװישט שטיל מיט דעם אַרבּל די טרערן.. 
האָט צוּגעהערט טיף, װי עס שוייגט די פאַרחלומטע געגנט; 


עס האָט זיך אַ האַרץ מיט אַ האַרץ אינדערפינסטער געזעגנט,. ‏ 


39 


1 
די בּאָבּעשִׁי ש"ה איז אױיסגעגאַנגען.. 


אַז די בּאַבּעשי די אַלטיטשקע איז אויסגעגאנגען 
האָבּן פייגעלעך געזוּנגען, 
ווייל מיט איר צדקה, מיט איר האַרץ דער גוּסער 
האָט די װעלט געקלוּנגען. 


אוּן אַז מען האָט די פּאַבּעשי אראָפּגעהױבּן . 
האָט אַ יעדערער געשוויגן, 

אוּן אָן אַ קרעכץ האָט מען די גוּטע אלטיטשקע 
אויף ד'רערד געלאָזן ליגן, 


עס איז דער זיידעניוּ אין שטוּבּ אַרוּמגעגאַנגען -- 

אַ טויטער שאַרבּן, | 

ווייל ער, דער אַלטיטשקער, ער האָט איר צוּגעזאָגט, 
אַז ער װעט פריער שטאַרבּן,. | 


אוּן אז מען האָט דעם בּר-מינן אראָפּגעפירט אין שטעטל 
האָט דער דאָרף געטרױערט; 

;ניעמאַ, ניעמאַ יוּזש סטאַראָי שליאָמיכע" 

אוּן אויך דער פּאָפּ וואסילי האָט בּאַדױערט.., 


נאָר אַז דער שמש האָט דאָס מעסערל ארויסגעצויגן 
צוּ רייסן קריעה, : 
דאַן האָבּן זיך צעשריען געבעך, מיינע פעטערס, 

וי די רוצחים פאַר דער תּלִיה. 


38 


ח 
נאַסטאַסיע... 


נאַסטאסיע האָט שצאַװיע געקליבּן בּיים זייט פוּן די סטעזשקעס, 
אַ מאָלצײט צוּ מאכן אַנטאָשען -- איר טאַטן דעם אַלטן, 


ס'איז רייסן געבּענטשט מיט אַ האָריקן שצאוויע אַ קאַלטן, 
. מיט יאָדלעס, וי פּעלצן, אוּן ראָבּן, װי די האָלאָװעשקעס... 


דעם פארטוּך אין האנט גייט נאַסטאסיע איינגעבּויגן, 


| אַזױ װי אַ קאַטשקשלע, װײיסט ניט פון שלעכטס אוּן פוּן זאָרגן, 


די פיסלעך בּאַנעצטע פון טוֹי אוּן בארוישט פוּן פרימאָרגן, 

זי האָט פוּן דעם אָטעם פוּן ד'רערד פאַר איר חיות געזוֹיגן. 
דאַן קימט איר פוּן וועלדל א מענטש מיט אַ כאָמעט אַנטקעגן, 
זי האָט אים בּאַקיקט פוּן דער ווייט מיט דער האַנט בּיי די אױגן? 
ער קוּמט אַזוֹי פריש, פּוּנקט ער װאָלט אין די װעלדער געלעגן, 
פּאַרשעמט האָט נאַסטאַסיע זיך ווידער צוּם שצאַװיע פאַרבּוֹיגן. 
דאָס קערט זיך אַברהם אַהיים פוּן דער װאַרטע בּאַגינען. 

, גוּט-מאָרגן, נאַסטאַסיע, דיר קעלבּעלע שטילע, גוּט:מאָרגן!" 

זי האָט זִיךְ פאַר בּוּשה אַהינטער די קוּסטעס פאַרבּאָרגן, 

צס װעט זי דער פעטער, דער שװערער נישט קאַנען געפינען. 
דאַן האָט זיך אַבוהם אַ לאָז אין די קוּסטעס געגעבּ 

געהערט האָט זיך װוייט זיין געלעכטער פוּן צװישן די בַּלעטער : 
,דוּ קעלבּעלע מיינע, װוּ בּיסטוּ,. מיין קרוֹין אוּן מיין לעבּן !* 


| נאַסטאַסיע האָט הינטער די טווייגן געקװאָלן פוּן פעטער ... 


;ער איז אַזוֹי פריש, פונקט ער װאָלט אין די װעלדער געלעגן!" 
אַ בּרוֹינער, צעהיצט מיט צעשויבּערטע אוֹיגן אוּן לאָקן, 

ער האָט זי געפונען אין גראָז האַלבּ דערפרייט האַלבּ דערשראָקן, 
אַ הינדעלע שרעקט זיך אַזוֹי אין אַ זוּניקן רעגן.. 

האָט ער זי געטאָן דאַן אַ כאַפּ אין די אָרעמס די בּרייטע, 
דערלאַנגט איר אַ קוּש אין דעם ציטריקן האַלז דעם פאַרבּרענטן, 

זי האָט זיך געגעבּן אַ צַאַפּל צוּ אים אַ דערפרייטע 

אוּן שטיל צוּ זיין בּרוּסט זיך געטוליעט אַלץ נענטער אוּן נענטער.. 


טֹ 


דער פעטער איצע.., 


ס'האָט זיך פעטער איצע 
אויסגעלערנט שניידעריי, 
מאַכט ער אַלטע סערמיעגעס 
פּוּנְסְט,. וִוי שפּאָגל-גײ, 

מאַכט עֹר אַלטע סערמיעגעס 
פּונקט, װי שפּאָגל:נײ.., 


קוּמט צר אין אַ דערפל אָן 
מיט דער גאָדל-פּאָדים, 

הענגט ער אויס אַ װיװעסקע; 
| ;דאָ יפאַרריכט מען -בּנדים", 
הענגט ער אויס אַ װויװעסקע ; 
,דאָ פאַרריכט מען בּגדים", 


זיצט דער פעטער אויפן טיש 
טערקיש, תּמעװאַטע, 

טרענט אוּן ניצעוועט אוּן לייגט 
אַ לאטע אויף אַ לאַטע, 


טרענט און גיצעװעט אוּן לייגט . 


אַ לאַטע אויף אַ לאַטע, 


אױסגעלאַטעװעט איין דאָרף 
גייט ער אין. אַ צווייטן, 

בּיז ער לאָזט אַרױס פוּן האנט 
דעם געגנט אַ באַנײטן... 

גיז ער לאָזט אַרױיס פוּן האַנט 
דעם געננט אַ בּאַגײטן,, 


39 


0 


ס'האָט זיך פעטער איצע 
אויסגעלערנט שניידעריי, 
מאַכט ער אַלטע סערמיעגעס 
פינקט, װי שפּאָגל-בײ, 
מאַכט ער אַלטע סערמיצגעס 
פּונקט, װי שפּאָגל.נײ.. 


ווינטער בּיינאַכט אין דער אַלטיטשקער כאַטע... 


איז מען געלעגן בּינאַכט אין דער אַלטיטשקער כאַטע, 
גערויכערט די פיוּלקעס די גרוֹיסע, געבּרומט אוּן געסאָפּעט, 
פאַרמאַטערטע האָבן די פעטערס געקוקט תּמעװאַטע,. . 
אין שווייס איז אַ פעטער געזעסן בּיים טיש אוּן געכראָפּעט. 
אין שטיבּל האָט קוֹים אַ לוּטשינע אַ שטילע געבּרענט.. 
דערבּיי האָט דער פעטער רחמיאל די הוֹיזן פאַרשצאָבּעט, 
אַ שניי האָט געכליאָפּעט אין פלנסכער, אַ װינט האָט געקלאפּט 
אין די װענט, 
די זאַסלינקע האָט זיך אין אוֹיוון אן װענטל געסקראָבּעט.... 
- עס האָט זיך דער זיידע געדרייט אוֹיף דעם אוֹיװן דעם הייסן, 
אָן כּחוֹת, די העמד. אוֹיפגעעפנט, אין אַנגסטן בּאשלאָגן, | 
דער װינט אוֹיפן פעלד האָט די כװאַליעס אין גיעמאַן געשטויסן, 
|| די אַלטע בּהמה אין שטאַל האָט ניט אוֹיפגעהערט קלאָגן. 
עס זיינען די פעטערס געלעגן צוּ צוויי אין די בּעכן, | 
טעמפּ מיט די צוּרות צוּם בּאַלקן געקיקט אוּן געשוויגן -- -- -- 
דער זיידעניוּ האָט זיך געקערט, אָ, דער זיידעניוּ האָט זיך געבּעטן: 
,אַברהמציק, מיין קינד, טוּ אַ זינג אוֹנז אַ טרוֹיריקן ניגוּן!" 


פוּן הייסן געלעגער אַראָפּ אִיז אַברהם דער פעטער, 
אין חשכניש איז ער געװוען, װי אַ יאָדלע אַגרוֹע -- -- -- 
האָט עֶר געגעבּן אַ זינג, װי אַ ווינט אין אַסיעניקע בּלעטער, 
ואָט ער געגעבּן אין טוּנקעלער כאַטע אַ װְאָיצ / 
אַזוֹי װי עס װאָיעט אַ װאָלף בּײידערנאַכט אוֹיף די וועגן, 
װוי ס'וואיעט א װאָלף אוֹיף פאַרשנײיטע, בּאלויכטענע פלייגען -- די דח 
פארטייצטע זיינען די פעטערס, װי קלעצער געלעגן, 
ס'האָט פּלוצים דער זיידעניוּ שטיל אָנגעהוֹיבּן צוּ װיינען, 
ער האָט זיך געדרײַט אוֹיפן אוֹיוֹן, געקלאַפּט אין די ציגל, 
אָ, גאָטעניוּ העלף, עס איז פינסטער אוּן בּיטער... 


44 


42 


דעם פעטער אַברהם איז דורך אין די בּיינער א ציטער, 

עס האָט זיך דער ניגוּן געגעבּן אַ גאָס, װי אַ שפּיגל, 

געגעבן אַ קלונג, װי אַ װאַסער אין נעפּלען אין בְּלוֹיע.... 

אין חשכניש איז ער געװען, װיאַ דעמבּ אַ געזוּנטער, . 

האָט ער אַ טרייסל געטאָן די טשוּפּרינע אַרוֹיף אוּן אַרוּנטער, - 
(דאָס האָט ער דערזען אינם חלום נאַסטאַסיע די גוֹיץ' 

ער האָט זיך אַװעקגעשטעלט אוֹיס אוּן געגעבּן אַ רייטשע, 

אַזוֹי װי אַן אָגער, װאָס בּענקט נאָך אַ קליאַטשע אַ הייסע, 

אַ שפּרוּנו, אוּן אַ הוֹיבּ זיך געטאַן מיט די הענט אין די בּאָקעס, 
אַז סהאָבן טוּן פרייד זיך צעפּינטלט בּיי יעדן די אוֹיגן, 

אוּן ס'זיינען די שלעכטע געדאַנקען אַזוֹי װי סאָראַקעס, 

וי גרוֹיע פוּן טונקעלער כאַטע צעפלויגן... 

איז ער אַרוֹיס אין אַ טענצל, אַ זינג, אוּן אַזעץ מיט די שטיוול, 
אַ בּרען אין דער לוּפט, װי אַ פלאַם, מיט די הייסע שװאַרצאַפּלען, 
אַז ס'האָט זיך דער זיידע דערפילט, װי ער פליט מיט דעם שטיבּל, 
צר קריכט ערגעץ הויך, ערגעץ הוֹיך אוֹיף צעבּראָכענע שטאַפּלען... 


צעטומפט פוּן ניגוּן, געליימט איז דער פעטער געבּליבּן, 
אין סקאַװעראָד האָט שׁוֹין געטליעט די לעצטע לוּטשינע, 
דער זיידעניו האָט זיך צעשמייכלט, די הענט זיך געריבּן: 
,אמרהמעלע, װויסטע גענוּמען אַזאַ קוֹל-נגינה?"... 


- דער בְּלוֹי פֿון פאַרטאָג. איז אריין אין דער װאַרעמער באַטע, 


פאַרװויקלט אין שטרוֹי האָבּן בּיימער אין גאָרטן געפראָרן... 
דער װינט האָט אין טירהוֹיז געצוּפט פוּן אַ פּעלצל די װאַטע, 
די אַלטע פהמה אין שטאַל איז אַנטשװיגן געװאָרן. 


לא 


אַנטאָשע שפּילט אויף דער בּאַנדוּרע.. 


העי, העי, / : 
, אַנטאָשע, טוּ אַ זינג, 
טו א א קלינג 


אויף דער באַנדוּרע: 
שוּרע, בּוּרע, מורע, טורע, 
אָט אַזֹי, 

העי, העי, 


ס'איז געווען דער קרעווער דוכּס 
ווייס װי. שניי, | 
װײס װי שניי, 

האָט ער קינדערלעך אין פּאַלץ - -- 
טעכטער צוויי, 

טעכטער צוויי, 

נאָר בּיים דוכּס בּיי די מערד 

האָט געדינט דמידרוק בּלאַדוּליאַ... 
מיטן נאַמען שאַלאַפּיי,.. 


העי, העל, 

העי,. אנטאשע, טוּ אַ זינג, 
טוּ אַ קלינג. 

אויף דער בּאַנדוּרע: 
שוּרע, בּוּרע, מוּרע, טורע,, 
אָט אַזױ, 

העי, העי, 


ס'איז געקומען װויעסנע:צייט, 
ברענגט דער בּוים נייע צװייגלעךן, 
בּרענגט דער שואַלבּ דעם שװעלבּעַלע, 


צרענגט די צויג אַהײים די צייגלעך 
אוּן די קוּ דעם קעלבּעלע.., 

ס'איז געקוּמען וויעסגע-צייט 

מאַר די טעכטערלעך די צויי, 
גרענגען זי אַהיים צוּם דוּכּט, 
אינם פאַרטוּך 

צוּ בּייסטרוקעס.., 


וי, וריײי, װויל אע ר יע 


העי, העי, 

העי, אנטאשע, טוּ איזינג, 
טוּ אַ קלינג 

אויף דער באַנדוּרע : 
שוּרע, בּוּרע, מוּרע, טוּרע, 
אָט אַזױ, 

העי, העל,.. 


כאַפּט דער דוּכּס זיך צוּם שװערד 
הייסט דער דוכּס שפּאַנען פערד, 

אוּן פון קרעווע ביז מאַשזיר 

אוּן פוּן זשעטל בּיז דאַמיר 

יאָגן רייטער אוּן קאַרעטן, 

לויפן לאַפער אוּן שטאַפּעטן -- -- -- 
ס'איז אין ערגעץ ניט געוען, 

ניט צוּ זען 

דעם רוצח שאַלאַפּײ.. 


העי, העל, - 
העי, אנטאשע, טוּ אַ זיגג, 
טו אַ קלינג, / 


+ אויף דער בּאַנדַוּרע; 


שוּרע, בּורע, מורע, טוּרע, 
| אָט אַזױ 
העי, העי == =- -- 


אין די ועלדער פוּן קריוויץ 
װוינט דער גזלן שאַלאַפײ 

! אוּן דער אַלטער קרעווער דוכּס 
װײס. װי שגיי, 

ווייס װי שגיי, 

פאָרט אַליין איבּער די פּליינען 
אין דעם ריטערלעכן טראַכט 
אוּן ער קלינגט מיט די כּלִי.זין 
אין דער נאַכט, - 

אין דער נאַכט.., 


העי, העי, ‏ / 

העי, אַנטאָשע, טוּ אַזינג,. 
טוּ אַ קלינג, 

אויף דער בּאַנדוּרעי 
שורע, בּוּרע, מוּרע, טורע, 
אָט אזוי: 

העי, הער א. 


*3 
דער זיידעניו קומט שטאַרבּן.. 


גרוי, װי אַ טוב, איז פאַרנאַנטלעך דער זיידע געקוּמען פון פעלד, 

צוּרעכט געמאַכט שטיל דעם געלעגער אוּן אָפּגעזאָגט װידוי, 

אין האַרצן צעזעגנט זיך רוּיקערהייט מיט דער װעלט 

אוּן דאַן צוּגעשלאָסן, אָן כּחוֹת, די אוֹיגן די מידע.., 

אוּן ס'זיינען די פעטערס געקוּמען צוּקאָפּנס פוּן זיידן, 

אַראַפּגעלאָזט טיף די בּאַװאַקסענע קעפּ אוּן געשװיבן, 

ס'האָט עפּעט פאַרשצעמעט די הערצער אוּן ניט געלאָזט ריידן, 

פאַרשצעמעטע הערצער -- אַ זיפץ ניט געקאָגט אַרוֹיסקריגן... 

פּאַמעלעך האָט דעמאָלט דער זיידע געעפנט די אוֹיגן, 

ס'איז װאַרעם אַ שמייכעלע איבּערגעגאַנגען זיין פּנים, 

ער האָט זיןף געזעצט אוֹיפן בּעט, קוֹים זיך איבּערגעבּוֹיגן, 

אוּן אָט:װאָס דער זיידע האָט דעמאָלט גערעדט צוּ די בּנים: . 

-- דוּ, אָרטשע, מיין בֹּכוֹר, בּיסט געווען דער יסוֹד פוּן משפּהה ! 

דער ערשטער אין פעלד אוּן דער לעצטער געזעצט זיך צוּם טישיי. 

די ערד האָט זיך װאַרעם צעעפנט פוּן אוּנטער דיין סאָכע, 

אַזוֹי װי די ערד זאָל דיין זאָמען זיין פּרוּכטבּאַר אוּן פריש!,., 

רחמיאל, װער קאָן זיך מיט דיר אוֹיף דער לאָנקע פאַרמעסטן! 

געווען איז דיין קאָסע אין גראָז, װי אַ פלייצל פין פייער, 

דיך קענען די שלענג אין די זוּמפּן, די פוֹיגלען אין זייערע נעסטן. 

די בּרכה זאָל הוען בּיי דיר אינם שטאַל אוּן אין שייער! 

דו, שמוּליע, דער טייך-מענטש, ניטאָ אוֹיף דער װעלט אַזאַ גלייכן! 

בּאַשטענדיק דעם בּוּטש אוֹיף די פּלײצעס, בּאַשטענדיק אַ נאַסער, 

געשמעקט דאָט מיט שופּן פוּן דיר, מיט דעם ריח פוּן שליים אין. 
די טייכן, 

געבּענטשט זאָלסטוּ זיין אוֹיפן לאַנד, אוּן געבּענטשט--אויפן װאַסער!י 


סאיז נאכט צוּגעפאַלן, די רוֹיטינקע שיבּלעך פוּן כאַטע 
אין טוּנקלעניש האָבּן געװאָרפן אַ שיין אוֹיף דעם זיידן... 


עס האָבּן געשטומט מיינע פעטערס, געשטוּמט האָט דער טאַטע 
און נישט געלאָזט פאַלן אַ װאָרט פוּן זיין בּענטשן אוּן ריידן, 
דאַן האָט זיך דער זיידע צעזעגנט... די גלידער צוּזאַמענגענוּמען... 
אוּן שטיל אוּן אוֹיף אייבּיק די אוֹיגן די שטאַרע. פּאַרשלאָטן 
געקוקט האָט דער עוֹלם, געקוקט אוֹיף דעם קערפּער דעם שטוּמען 
אוּן. גאָרנישט געזען אוּן קיין איינציקע טרער ניט פאַרגאָסן... . 
- אַ פוֹיגל האָט ערגעץ אין װאַלד אוֹיסגעקלאָגט פאַר דער נאַכּט 

| זייגע ליידן, 
די לעצטע לוּטשינע אין כאַטע האָט קוֹים נאָך געגליט אין. די 

פּיגקען, 

אוּן ס'זיינען די פעטערס געשטאַנען צוּקאָפּנס פוּן זיידן, 
די שווערע, בּאַװאָקסעגע קעפּ אין די אַקסלען פאַרזוּנקען... 


47 


44 


ל"ו 


אֹ 


א ייד גייט אַרוּם אוֹיף פאַרװאַקסענע שליאַכן, 

פּאַרשיכּורט פוּן ריחוֹת, פוּן קרייטעכער:זאַפטן אוּן בֹּלוֹי -- 
האָט זיך זיין שטילע נשמה געבּאָדן אין טוֹי; 

האָט זי געװאַרט אוֹיף דער הייליקער שעה פוּן דערװאַכן. 


גייט זיך אַ ייד צװישן װעלדער, װאָס לאָזן ניט ריידן, 
הערט ער זיך צוּ װי דאָס לעבּן אין האַרצן גייט אוֹיס; 

זֶעט ער, װי ס'שווימט אַ פאַרשטויסענער שם אין גאָטס הי 
ס'בּלאַנדזשעט אַ דעטעניש אוּם אוּן זי װויל זיך בּאַשידן, 


הוֹיבּט ער דעם קאָפּ צוּ די הימלען אוּן פרעגט די מזלות: 
װאָס פאַר אַ שם איז פּאַרטריבּן פוּן גרויסן אין:סוף? 
ענטפערט פאַרחלשט די זילבּערנע בּתולה פוּן שלאָף: 
-- געלוֹיבּט איז אַ כּשרער ייד, װאָס גייט אַפּריכטן גלות!+ 


ו | 3 


גייט זיך אַ ייד צװישןן שטעטלעך, פּאַרגעטענע װעגן, 

עס שמעקט פוּן אים הי אוּן די פרישקייט פוּן נעפּלען אוּן רעגן, 
כאָטש גרוֹי איז דער ייד, ס'איז זיין פּנים משוּנה פאַרװאָקסן, 

כאָטש אַלט איז זיין פּעלץ, כאָטש ער שווייגט, װי אַן עלנטער עקשן. 

עס שלעפּט זיך אַ מענטשל אַזוֹי זיך פוּן אַלדי פאַרוּמערטע עקן, 

אַלײן אין דער װעלט שלעפּט זיך אוּמעט אַ גוּפל אוֹיף עפעס אַ שטעקן:י+ 


אַ װעװריקל װויגט זיך אין װאַלד -- גייט דער ייד, הערט עס אוֹיף זיך 
| | = צוּ. וויגן, 
אַ פייגעלע זינגט אוֹיף אַ צווייג -- גייט ער דורך װערט עס פּלוּצִים 
אַנטשװיגן,. 
דער בּוֹים בּוֹיגט זיך איבּער צוּם בּוֹים, ס'װוערט אַ צווייג אין אַ צװייג 
איינגעפלאָכטן - 


עס טריפט רויטער שיין פוּן דער זוּן, װאָס זֹעט אוֹיס, װי געשאַכטן... 


טיף אין װאַלד שפּילט אַזוֹי װי אַ האַרץ: אַ געבּעט װערט אין כּחוֹת. 

| פאַרגאַנגען,. - 
אַ ווינטעלע בּרוּמט װי אַ טוֹיבּ, אוּן ער דאַװנט צוּם שם אין געזאַנגען, 
אוּן צערטלט דעם יידן די אוֹיגן, די קאָלטנס פוּן בּאָרד אוּז די פּאָלעס; 
געלוֹיבּט איז א כּשרער ייד, װאָס גייט אָפּריכטן גֹלוּת!.. 


ג 


ציינאַכט. עס שמעקט מיט מאַך אוּן קראָפּעװע פוּן געגנט, 

די פעלדע * האָבּן זיך אין װייטעניש מיט הימלען אַנגעגעגנט, 
צונויפגענוּמען זיך צוויי שטי לע עוֹלמוֹת אוּן זיך פאַרשלאָסן... 
דער חשך האָט פון ערגעץ פוּן אַ שװאַרצן קװאַל געגאָסן, 
געבּלאַנדזשעט האַט דער יד, געמוּטשעט זיך אין שװאַרצן 

אוּן סיקוועלט דאָס פינסטערגיש,.. פוּן נאַכט-קװאַל צי פוּן האַרצן? 


מסתּמא זוּכט דער ייד אַ בּיסל לויטערקייט אין זיינע ליידן, 
ס'פילט זיין האַרץ שוֹין דאָס געזאַנג פוּן לויכטנדיקע װעלן, 
װאָס פּליעסקען זיך אַ הינטער די פאַרבּאָרגענע, שטוּמע שװעלן 
פוּן גן:עדן, | 


מסתמא קאָן דעם יידנס זינגענדע נשמה װי צוּ זיך נישט קוּמען 
אוּן זיין תּפילה די געהײיליקטע פאַרװעלקט אין אירע בּלוּמען -- 
גייט ער איבּער רייסן, איבּער ליטע, איבּער פּאַסעקע אוּן פּליינען, 
אוּן זיין האַרץ װיל עפּעס אויסריידן אוּן ויינען, װיינען, וויינען, 
נאָר די צונג געלײימט איז צוּ דעם גוּמען, 


די לבנה טוּט אַ פינקל, וייסע ליכט נעמט שפּרוּדלען אוֹיפן געגנט, 
קילע שטרעקעס, דרעמלענדיקע, ווערן זילפּערדיק בּאַרעגנט, 

מרחקים װערן קלאָר.., דאָרט שלאָפּן בּערג פאַרטײעטע אלן שווייגן, 
אין מיטן פעלד רוּט צווישן כװאַשטשעס גאָר אַן אַלטער בּרוּנען -- 
צוויי דעמבּעס האַלטן איבּער אים פאַרבּראַכן די משוּנהדיקע צווייגן, 
עס ווערט אַ געלבּלעכער געװעבּ אוֹיף טויזנט מיילן אויסגעשפּונען. 
יעס העלט אַרוּם, אוּן ס'איז דעם ייד ניט קלאָר, װוּ װערט עס העלער, 
װוּ רוּט דער בּרונען אוּן די אַלטע אויסגעקרימטע בּיימער -- 

צי אויפן אוּמעטיקן געגנט, אָדער טיף אין דעם נשמה:קעלער.. 
ס'דאַכט אים, קוקנדיק אין בּרוּנען, ער איז עס דער שוֹמר 

פוּן אַלטער פּראַכט, װאָס דאַרף געלייטערט װערן, 

פוּן גרוֹיסער פרייד, װאָס דאַרף זיך דוּרכרייסן פוּן טרערן, 

װאָס דאַרף פון טיפענישן אוֹיפלייכטן אוּן קװעלן, קװעלן.. 


50 


פּלוצים ס'בּידנע גוּמל אוֹיפהוֹיבּן צוּ אלדי שטראַלנדיקסטע העלן, 
| אוּן טראָגן זיך אַ גרינג בּאַשעפעניש אוּן ווייל עס זינגט זיך -- זינגען... 


ער זעט אין בּרוּנען ריזלען שטילערהייט די װאַסער-רינגען, 

דאָרט זיצן שװײיגעװדיק די שאָטנס פוּן די דעמבּעס... פּלוּצים װערן זי 
| יי צערוּנען.., 

עס עפנט זיך דער גרוּנט, אַן אוֹיג טוּט זיך אַ װײז, אַ װילדע װיעייי. 

אוּן ס'בּרוּמט אַרוֹיס אַ שווערע שטים פוּן גרוּנט פוּן בּרוּנען +. 

-- הער, װער בֿיסטוּ, בּריאה ? 


עס שטייט דער ייד ערשטוינט אוּן װייס ניט װאָס צוּ זאָגן, 

עס האָט אים אין אַ קאַלטער װיסטעניש דער פּיין פאַרטראָגן, 
בּיי אַ בּרוּנען אינדערפינסטער, צװישן דעמבּעס לאָמע, 

קװועלט עס פוּן זיין האַרץ אַרוֹיס דאָס שלעכטס מסתּמא, 

וי דאָס פוֹילעניש פוּן װוּנד רינט אוֹיס, ווען ס'נעמט זיך היילן, 
װי ס'פאַרװעלקט דער קנאָספּ, ווען ס'נעמט די פרוּכט זיך שיילן... 


עס הערט אוּן הערט דער ייד, אַז ס'קלאָגט אין אים פאַרבּאָרגן: 
אַז ס'וויגט זיך זיין נשמה צװישן נאַכט-פּיין אוּן פרי-מאָרגן : 
זי זוּכט װאָס טאַפּנדיק, געפינט, נאָר בּאַלד װערט עס אַנטרוּנען, 
עס האָט זיין זעלע אין איר װײיטאָק זיך אַליין געריסן קריעה 
אוּן די טיפע שטים רעדט אַלץ מיט שרעק פוּן בּרוּנען : 
הער, װער בּיסטו, בּריאה? ' 
ד ע ר ײ ד: 
איך בּין. שמואל:איצע קוֹימענקערער, 
אַן אביוֹן אַ פאַרהוּנגערטער פוּן רייסן, 
איך האָבּ געליטן שטומערהייט אוּן כ'קאָן ניט מערער, 
אוּן כ'קאָן ניט מערער לעבּן אוֹיף צוּפלייסן, 
| איך בּין אוֹיף װיסטע בּוֹידימער געקראַכן 
אוּן קוימענס לאַנגע, פינסטערע געקערט, 
איך האָבּ אוֹיף. קאַלטע דעכער אָפּגעלעבּט די װאָכן, 
אוּן נאָר שבּתים אָפּגעריכט אוֹיף ד'רערד, 


51 


איך בּין שבּתים נאָר געגאַנגען אוֹיף דער ערד, 
אוֹיף גרוֹיע גאַסן, שלאָפּעדיקע, צװישן קראַמען, 
אוֹיף שטילע מערק שפּאַצירנדיק האָבּ איך דערהערט 
די שטים פוּן טיפש בּרונימער אוּן תּהוֹמען 

אָ, גאָט פוּן בּרונימער, פוּן פינסטערניש אוּן תּהוֹמען! 


פוּן טוֹיזנט קוֹימענס האָבּ איך אש אַרוֹיסגענוּמען, 
פאַרװאָס קאַן איך ניט אוֹיסשעפּן דעם פּיין, װאָס האָט קיין נאָמען, 
פאַרװאָס קאַן איך דעם אַש פוּן האַרצן ניט אַרוױסצאַקוּמען, 


איך ווייס, איך בּין געקומען פוּן געהיימע בּרעגן, 
װוּ ס'גיסט זיך ליכט פוּן. שיינענדיקע פיטעריפעסער, 
װוּ שרפים' זינגען, שװעבּן אויף דעם צדיקט װעגן, 
איך בּין אויף דר'ערד דאָס ליכט פוּן ספירה כּתר, 


איך בּין אוֹיף דר'ערד אַ טראָפּן ליכט פוּן ספירה כּתר, 
אַדוּרך די גלידער די פאַרחלשטע אוּן לאָמע 

טוּט װען אַ צוּק אַ פלאַם, װי פוּן אַ שאַרפן מעסער -- 
מיין אַש-פאַרצוֹיגענע פּאַרמאַטערטע נשמה, 


פאַרװאָס פעלט אוֹיס צוּמאָל אַ ביסל אָטעם אוֹיף דער װעלט; 

עס טוּט וען אוּמגעריכט אין האַרץ אַ טעמפּער בּרען, 

אוּן ס'דאַכט: אָט רייסט זיך אויף אַ קװאַל, עס שטראַלט, עס העלט, 
נאָר פּלוצלינג נעמט אלץ װידער װעלקן, װי געווען, 


איך בּין אַ ייד שמואל:איצע קוימענקערער, 
ליג איך טיף אין קוימען פוּן דעד װעלט אוּן כ'שריי, 
איך האָכּ געליטן שטוּמערהייט אוּן כ'קאָן ניט מערער, 
כאָטש ליידן װעל איך וייטער סיי װי סייי.. 


אַנטשװיגן געװאָרן. זיין האַרץ האָט גענוּמען אין העלקייט זיך בּאָדן, 
אַזוֹי װי אַ כמאַרע, װאָס האָט פוּן זיך רעגנס אוּן פלאַם אוֹיסגעלאָדן. 
ס'דאַכט ר' שמואל:איצען: זיין לעבּן איז לויכטנדיק:גרינגער געװאָרן, 


52 


אזוֹי װי דער שלאַנג, װאָס האָט מּלוּצלינג איר פעל:הוֹיט די אַלטע, 
פאַרלארן, 

כאָטש פינסטערער קרעכטשעט די נאַכט, לייכטן העל זיינע אוֹיגן די מילדע 
בּײינאַכט, װי דער גלי:װאָרם לייכט אין די טונקעלע וועלדער די ווילדע... 
ס'פאַרשװוינדן פוּן האַרץ די געפילן פאַרקוֹילטע פוּן פייער אוּן צאָרן, 
וי ראָבּן פאַרשװינדן פוּן בּוֹים, װאָס איז איבּערגעבּראָכן געװאָרן. 
עס לייכט אים זיין אַרעמער קערפּער, װאָס איז אים אי מיאוּס אי טייער 
אַזוֹ װי דער קאָרטש דער צעפוילטער לייכט בֹּלוֹי מיט זיין פאַספאָייש 

| פייערי.י. 


עס שטייט ר' שמואל:איצע בּאַנליקט אוּן ער שמייכלט אַזוֹי זיך, 
ער קוּקט אינם בּרוּנען אוּן מוּרמלט: אָט גיי איך, אָט גי איך, 
אָט װער איך דערהויבּן אוּן אוֹיסגעלייזט װער איך פוּן װאָגלען, 
אָט צוּפאַלן װעל איך צוּם שיין אין די אוּראַלטע לאָגלען 
אוּן זוֹיפן דאָס גליק אוּן מיט שפּראָדלענדער פרייד זיך פאַרכלינען, 
אָט גייט ר' שמואל-איצע! אָט גיי איך אַ לויטערן מלבּוּש געפינען, 
פאַר אַרעמע מענטשן אַ װאַרעמע קליידוּנג צוּם לעבּן, 
| פאַר זיך אוּן פאַר אַלעמען אָטעם אַ בּיסל אוּן פליגלען צוּם 
שװעבּן, -- 
זאָל זיין ס'איז אוּנז שלעכט אוֹיף ! דער ערד װעט מען לאָזן זיך 
פליען 
אוּן אוֹיבּ ס'איז אוּנז װועלקן בּאַשערט װעט אוּנז טרייסטן דער שם 
פוּן אוֹיפבּליען... 


אַזוֹי האָט שמוּאל-איצע געפילט אוּן געמוּרמלט פוּן גליק, 
כאָטש גרוֹי איז געוועזן זיין שעפּסענער פּעלץ אוּן זיין בּאָרד אוּן געניק, - 
אַזוֹי האָט שמואל:איצע פוּן רייסן צוּם בּרוּנען צוּם אַלטן גערעדט, 
בּאַגאָסן פוּן חשק; װאָס האָט זיך אַרוּם אוּן אַרוּם אוֹיסגעבּעט... 

נאָר פּלוּצלינג דערשפּירט ער, אַז עמעצער קריכט פוּנם בּרוּנען, 

ווייזט אוֹיס מען האָט ד אָר טן שמואל:איצען די שעה נישט פאַרגינען: 
אַ מענטשישער קאָפּ האט פוּן בּרוּנען זיך איבּערגעבּויגן, 

געשװאָלן,, פּאַרװאַקסן מיט מאָך, מיט פאַרשלוּמפּערטע אוֹיגן, 


52 


אַריבּערגעװאָרפן זי הענט אוּן פוּן זיי האָט גערוּנען 
דאָס פוֹילעניש טיף פוּן דער ערד אוּן די בּלאָטע כין בּרוּנען, 
אַרוּם האָט אַ רוֹיך זיך געקייקלט, געפּאַריעט אזוֹי װי אַ נעבל, 
אוּן ס'האָט ר' שמואל:איצע דעם ריח דערשמעקט פוּן צעגאָסענעט שװעבּל... 


עס איז אים אַן אימה בּאַפאַלן ניט איבּערצוּטראָגן, 

ער האָט זיך געקאָרטשעט אוֹיף דר'ערד אוּן די װאַרצלען געריסן, 
אַ זיפץ ניט געטאָן, נאָר דאָס לייבּ פוּן יסוּרים צעריסן - 

אוּן שטוּם האָט זיין מאַנסבילשע האַרץ אָנגעהויבּן צוּ קלאָגן, 


דערשראָקן בּאַקיקט ער די בּריאה, װאָס הענגט אוֹיפן בּרוּנען: 

דאָס איז ער -- דערזעט ער -- דער אייגענער אוּמגליק, װאָס האָט זיך 
! געפונען. 

װי ס'װאָלט זיך אים פּלוצלינג בּאַװיזן פון לעבּן אַ װײטערעױ שטאמל, 

ער גוּרט אָן מיט פּיין זיינע לענין אוּן פּלוּצלינג דערלאַנגט ער אַ צאַפּל, 

וי סװאָלט זיך אַ טוֹיער געעפנט צוּ עוֹלְמוֹת אוּמגעריכט-גייע; 

-- וער בּיסטוּ, אין האַרצן פאַרװאַקסענע חיה } 


-- סמאל, איך דער שם פון מפּײן 


די צוועלף מזלוֹת האָבּן מילד געגאָסן שיין, 

עס האָט דער זילבּערנער אַר? אַראָפּגעקוקט מיט קאַלטע אויגן, 
אוּן ס'האָבּן שטערן װי די פייגעלעך געשטויגן אוּן געפלויגן... 
שמואל-איצע האָט פוּן מויל אַרױסגעבּראַכט דעם שם פוּן בּראָך; 
פוּן דער נשמה איז אים גרינג אַראָפּ אַ זלידנע יאָך, 

און פון זיין האַרץ האָט הייס אַ טראָפּן בַּלוּט אַרױסגערונען 
און קאָכנדיק אריינגעטריפט אין בּרוּנען, 


סמאל; 


איך בִּין דער שלעכטער שם, װאָס בּלאָנדזשעט שוין פוּן כּמה יאָרן, 
פוּן אַלע עולמות פאַרטריבּן בּין איך בלינד אוּן גרוי געװאָרן, 


54 


איך ליג אין בּלאָטעס, אין די בּרוּנימער, אין פייכטע הילן 
מיט אַן אייטערדיקן, בּייזן האַרץ, װאָס קאָן זיך ניט פאַרהיילן, 


פאַרשטויסן איז סמאל, אלט, בּאַװאַקסן אוּן פאַרבּרענט, 
איך בּין דער עלנטער בּעל:שליטה אויף די גרוּגטן, 


װאָס נישטערט אין דער פינסטערניש אוּן גראבּט זיך מיט די הענט 


צוּ די יסודות פוּן דער ערד, די סלופּעס אוּן די שפּוּגטן.. 


- עס קוועלט פוּן לויטערן אין:סוף אין אַלע הערצער פּראַכט 

אוּן ס'נידערט הייליקייט אויף דר'ערד פוּן ניין אוּן פערציק רערן, 
בּאַהאַלטן אין די בּרונימער, אַלײן, מיט פוֹילע װאַסערן פאַרמאַכטע 
כ'װעל פאָרט דערגראָבּן זיך צוּם קװאַל פוּן טרערן, 


כ'האָבּ אַמאָל אַ שפּוּנט דערטאַפּט שוין בּלינדערהייט, 

מיט לעצטע כּחות, מיט די ציינער האָבּ איך אים געבּיסן, 
נאָר ס'האָט אַ שטילער ל"ו דערמאַנט דעם אַ'ס מיט פרייד, 
אוּן, װי אַ שטיין, האָט מיך פוּן גרוּנט אַרױסגעריסן, 


די ל"ו פוּן רייסן, זשאַמיט, פוּן דער ליטע 

פאַרשאַלטן זאָלן װערן פוּן סמאלס נאָמען; -- 

| איך בּין אַן אומגליקלעכער שם, װאָס דאַרשט נאָך שליטה, 
אוּן כ'מוּז זיך װאַלגערן פאַרבּלאָטיקט אין די תּהוֹמען. 


! = שמואל-איצע: 


דוּ בּיסט דער אוּמגליקלעכער שם פוּן כּמה יאָרן! 
פוּן כּמה יאָרן בּלאַנדזשען מיר, װי דוּ! 

אָ, כאָטש מֿיר שטאַרבּן אָפּט אוּן װערן ניי געבּאָרן, 
נאָר אַלע זיינען מיר דאָס אויג, װאָס זעט אַלץ צו, 
עס האָט אין-סוֹף אוּנז אוֹיף דער ערד פאַרזייט, 

מיר זוֹיגן פוּן זיין האַרץ אוּן טראָפּנס כּוּן זיין שיין -- 
מיר האָבּן אויף דער ערד געזוּנגען שטילערהייט, 


55 


פוּן דיין, סמאלס, בּלוּט, פון פינסטערניש אוּן פּיין... 
איצט זיינען מיר אַ מענגע בּייזע שלאַנגען, 

מיט אַ נשמה אויסגעמישט פוּן גאל און פּראַכט, 

אַ האַלבּע איז זי רויק, אַ האַלבּע רוט זי אין געזאַנגען, 
אוּן אויף משקלת װאַקלט זי זיך טאָג, װי נאַכט, 


נאָר כ'ווייס פוּן איינע אַזאַ... מען װערט גרעסער פאַר זיך... 

אוּן יעמאָלט גאָר איבּעריק װערן די מענטשישע רייד, 

עס װאַרפט די נשמה אַראָפּ איר פאַרעלטערטע קלייד, 

אוּן פּלוּצִים דערפילט מען; עס לעבּט די נשמה צוּ גיך... 

מען מיינט, זי פארצערט דאָס דאָס לעבּן פון צענדליקער מענטשן, 
װאָס גייען אַרוּם אויף דער ערד, נאַר זיי גרייטן זיך שטאַרבּן, 
ס'צעזינגט זֹיך דאָס האַרץ, הױבּט אָן הײליק צוּ דאַװנען אוּן בּענטשן 
דעם אין:סוף פון שקיעות אוּן זריחות אין אלערליי פאַרבן.. 

עס קועלט אַ געזאַנג פוּן די בּיימער, פוּן שטיינער אוּן חיות, 
פּאַמעלעך, װי דער פּאַמפּעדיקל פון עפּעס אַן אוּראַלטן זייגער, 

און איטלעכער מוּרמלט צים שם פוּן דער ועלט אויף זיין אייגענעם שטייגער; 
דער שטיין זינגט מיט בּוּשה, די װאַסערן עפּרינגען אין קאַלטע העויות; 
דאָס פייגעלע בּעט אויף אַ װיינענדיק-בּיטערן קוֹל, 

אוּן די װועלדער צערעווען זיך טיף, אַזױ טיף -- -- - 

מיט אַמאָל -- 

עס לאָזט זיך דאָס לעבּן אַװעק צוּ אַ הײליקן בּרעג, 

אין א גליקלעכן וועג, אין אַ פריילעכן וועג אין אַ העלן-- -- -- 
סמאל, גיי מיט, שווים מיט אוּנז, מיט דעם היײיליקן שטראָט 

צוּ די אײיבּיקע שוועלן 


ס מ א לל; 


עס װעט דער ס"ם ניט כּעטן רחמים בּיים אין-סוֹף! 

ווען איר װעט לאָזן זיך צוּ אים, װי בּידנע שאָף. 

אוּן איר װעט אויסשטרעקן די הענט צוּם קאַלטן שװעל, 

װעל איך זיך אוֹיפקאָרטשען פוּן פּיין אין מיין צעפו-לטער כּעל, 


56 


װי ס'קאָרטשעט זיך צוּנויף בּיינאַכט אַן אַלטער הוּנט, 

װאָס איז פארגאַװערט, אַלט אוּן האָט שׁוֹין נישט קיין ציין, 

איך װעל זיך איינשצעמען מיט גאָר דער בּיטערקייט צוּם גרוּנט 
אוּן כ'װועל. אין חשכניש בּאַקלאָגן זיך אַלין... 


סמאל איז אַליין אין-סוֹף אין זיינע אינגעווייט ! 
נאָר אַ פאַרמשפּטער פאַרשלאָסן אוֹיף מיין קייט 
קאָן איך קוֹים אוֹיפהוֹיבּן דעם קאָפּ פוּן תֹּהוֹם.., 
פאַרשאָלטן זאָל ער זיין דער קדוּשה-שטראָם, 
פּאַרשאָלטן זאָלן װערן קינד אוּן קייט 

פוּן חיוֹת, מענטשן, פעלד אוּן װאַלד, 

װאָס בּעטלען, װי אביונים שטילערהייט 

אוּן נעמען ניט די עוֹלמוֹת מיט גװאַלט, 


ז 


אוֹיפן הימל איז דער מאַרגנשטערן, װי אַ הירש אַרוֹיסגעגאַנגען; 
וי אַ הירש, װאָס בּלישטשעט אוֹיף דעם בּלויען מענטעלע פוּן ספר תּוֹרה, 
די מזלוֹת זיינען כּתּוֹת-ווייז אַװעק אוּן פּונקט װי לעמפּלעך פוּן דער 

| יי הײַליקער מנוֹרה 
האָבּן יונגע שטערן אָפּגעריכט פוּן שחרית די געזאַנגען, 


ר' שמואל.איצע האָט די אוֹיגן אָפּנעװענדט צוּם מאָרגנשטערן -- -- -- 
פּלוּצים האָט אַ שטילע הייליקייט אַרױסגעשײנט פון אַלעס, 

ר' שמואל איצע האָט בּאַשײנפערלעך דערפילט דעם כֹּח פוּן התגלוּת 
אוּן ס'האָט זיין האַרץ געעפנט זיך -- אַ קװאַל פוּן טרערן, 


אַן איינגעבּיסענער פוּן שלאַנג, אַ גרויער, האָט זיין הארץ געצאַפּלט זיך 

| אין קלעם, 
האָט זיין נשמה װי אַ פייער כּרענענדיק געפילט קדוּש השם 
אוּן האָט געשעפּטשעט פוּן התלהבות אוּן גרוֹיס-גלויבּן: 


-- אָט איז זי געקוּמען די שעה, װען איך װער שוֹין דערהויבן ! 
די רויטע פּרוֹכתן נעמען פאַרהענגען דעם מליין, 

און עס איז שׂוֹין מיין פּעלץ פוּן דער ראַזעװער פּראַכט אוו שיין, 
עס נידערט פּאַמעלעך דער גאָלדענער כֹּתר אַראָ 

אוֹיף מיין קאָפּ.., 

אָט בִּין איך א מלך אַן אַלטער, װאָס בּלאַנדזשעט בּאַגינען אַליין " 
און עס שלעפט זיך אוֹיף דר'ערד זיין צעװאָרפענע, פּוּרפּוּרנע קלייד 
און עס לייכט אים אַרוֹיס פון די אוֹיגן די הײליקע פרייד, 


ס'איז איצטער שמואל:איצע אַזוֹי װי א טירקל:טוֹיבּ גרינג, 
װי אַ פוֹיגל, װאָס פליט פוּן זיין שטייג, 

אַז איך שפּיר ניט דעם לוֹיבּ, װאָס איך זינג 

צוּ דער פרייד, וועלכע קועלט פוּן אין:סוף,.. 

ס'איז צוּ לוֹיטער בַּיים ליכטיקן שװעל, 


58 


אַז דאָס האַרץ װערט פאַרוויגט אין א שלאָף.., 

ס'איז דער שיין פוּן תּפּארת אַראָפּ אוֹיף מיין זעל; 
דער אוֹר גנוּז, װאָס רינט װי דער טוֹי | 
אוֹיף די האָר פוּן מיין בּאָרד אוּן מיין קאָפ.,, 

אָ; עס נידערט פּאַמעלעך דער גאָלדענער כּתר אַראָפֿן.., 


א װאָלקן בּין איך אוּן כ'גיי זיך. אָנטרינקען צום גרויסן ים } 
אָט שטיי איך אַ שטילער, אַליין לעם דעם רויקן ים, 
פוּן טיפעניש לייכטן די לויטערע כװאַליעס 

אוּן גייען, װי לעמלעך אַ לאַם אוֹיף אַ לְאַם, 

עס בּוֹיען זיך אוֹיסעט קריסטאָלענע סאַליעס 

אוּן ווערן צעגאַנגען אוֹיף יעטװעדער קאַם, 

אָט עכנען זיך גרוּנטן אוּן ס'עפנען זיך היילן 

אוּן ס'שווימט דער לויתן אַרוֹיס אוֹיפן ים; 

עס בּרענען די שוּפּן װי טליענדע קוֹיל, - 

ער שווימט אוֹיפן װאַסער -- אַ הײיליקער פלאַם, 

אָט עפנען זיך טירן פאַר שטילע פּמליאט, 

װאָס פליען אַרוֹיס אוֹיף דעם שייגענדן ים, : 
עס זינגען מיר כװאַליעס אוּן ס'טראָגן מיך כװאַליעס 
אַריבּער דעם גרינגן פארבּאָטענעם צאַם, 


די גאָלדענע קרוֹין רוּט שוֹין שווער אוֹיף מיין גרייז:גרויען קאָפּ 
אָט ה;נגט אוֹיפן הימל די קלאָרע געלייטערטע װאָג . 
עס נידערט פוּן בּלויעכץ פּאַמעלעך די אַלטע מרכּבה אַראָפּ 
אַרוּם אירע ווענטלעך -- פאַרגליווערטע פייערן װייסע -- 
איז פּונקט װי מיט פּאסיקלעך נאכט אוֹיף דער ריינער מגילה פוּן טאָג 
מיט פייער מיט שװאַרצן בּאַשריבּן בּכֹּתֵב 50 חרטוּמים,,, 
עס נידערט דער כּבוד פוּן א"ס אוּן עס פינקלען אַרוּם אים 
מלאכימלעך גוּטע, 
װי טײבּעלעך שטילע, 
אוֹפנים בּאַרוּטע, 
אוּן כּרוּבימלעך העלע, 


אוּן זעלע מיט זעלע 

אוּן תּפילה מיט תּפילה, 
וי שיינענדע שאָטנט, 
װאָס זינגען אוּן שװעבּן, 
אוּן שפּרײטן די פליגלען 
פּוּנקט קוֹים װאָס זיי לעבּן.., 


עס נידערט דער כּבוֹד פוּן א'ס אוֹיף די טאָלן אוּן היגלען, 
מלאכימלעך גיסן אוֹיס עמערלעך טוֹי, 

אראלימלעך גיסן אוֹיס עמערלעך ראָז 

אוּן כּרוּבימלעך גיסן אוֹיס עמערלעך בּלוֹי 

אוֹיף דעם פרישיגקן פּלײן, 

אוֹיף דעם גרינינקן גראָז. 


אָט בּין איך אַ מלך אַן אַלטער, װאָס בּלאַנדזשעט בּאַגינען אַלײן.. 
עס טשוּכעט קוֹים 

דער בּאַגין א יף דער ערד, 

אוּן דער בּוֹים װעקט דעם בּוֹים, 

קוֹים מען זעט, קוֹים מען הערט.. 

ניט געזאַמט, ניט געװערט, 

וי אוֹיף פליגעלעך העל, 

קוֹים מען זעט, קוֹים מען הערט, 

פליט אַ הייליקע זעל, | 

אוּן מלאכימלעך קליין וּ 
בּיי דעם אײיבּיקן שװועל 

שיקן אָפּעט די זעל: 

רי שמואל:איצע איז הייליק װי אין:סוף אַליין! 


ה. 


די זריחה האָט זיך אוֹיסגעלייגט אוֹיף קרייטעכצער אוּן גרינע זאַנגען. 
אַ װעסנע:טאָג א גוּטער איז פוּן פינסטערניש אַרוֹיסגעגאַנגען, 

| װי ס'גייט אַ חתן פוּן דער חופּה פריילעך אוּן געלאַסן.. 

ר' שמוּאל-איצע האַט זיין פּנים בּיי אַ קרעניצע אַרוּמגעװאַשן, 

מיט דער טאַרבּע אוֹיפן האַנט, דאָס װינטערדיקע היטל בּיז די אוֹיגן 
האָט ער זיך צוּ אַ ישׁוּב צוּ אַ נאָענטן געצויגן, - 


ער איז אַרײן אין װאַלד, האָט אים אַַ ליבּלעכקייט אַרומגענוּמען; 

עס האַבּן זיך געשוּשקעט גרעזעלעך מיט שלאָפּעדיקע בּלוּמען, 

װי ס'שושקען זיך בּאַגינען יוּנגע כרוּבימלעך אין הימל, 

אוּן ר' שמואל:איצע האָט נעהערט, אוּן ר' שמואל.איצע האָט פאַרשטאַנען; 
עס האָט אַ בּלימעלע געפרעגט: פוּן װאַנען גייט אַ ייד, פוּן װאַנען ?.. 
אַן אַלטע יאָדלע האָט אַ קער געטאָן א צווייג צוּם בּלימל ; 

ר' שמוּאל:איצע לאַמעדװאָװניק גייט, װאָס איז שוֹין גלוּת אָפּגעקוּמעןי 


81 


אינה אלט:; 


ליד ער 


איך בּין אַ בּחוּר אַ הוּלטאַי 


אַ לבנה:גאַכט 


אין אַ יאַדלאָוון װאַלד 


די הייל 
אייבּיק, אַײיבּיק 


12 


הענגט אַרױס די שװאַרצע פאָנען 13 


שטוּמקייט 

אַ ליד צוּ רוסלאַנד 

אין שיינק 

אַ בּאַל 

געשרייען 

דערקענטעניש 

עס טרעפט 

דאָס ציגעלע 

האָסטוּ בּרויט 
פּאָעמען 

רייסן 

ליין 


14 
15 
16 
18 
20 
21 
22 
23 
24 
25 
27 
3